בעיזשינג - דאס אמעריקאנער מיליטער האט נעכטן באשטעטיגט אז זי האט געשיקט א גרויסער נעווי שיף צום דרום כינע ים ראיאן, מיט'ן ציל צו האלטן אן אויג אויף די אקטיוויטעטן אינעם ים און ספעציפיש צו שיקן א מעסעדזש פאר כינע וועלכע האט אנגעהויבן אויל גראבונגען אויף עטליכע ארטיגע קליינע אינזלען, טראץ וואס די אינזלען באלאנגען נישט פאר כינע און פילע לענדער ארום און ארום טענה׳ן אז די אינזלען זענען פונקט אזוי זייערס ווי כינע׳ס. דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אונטער פרעזידענט טראמפ וואס אמעריקע האט אונטערגענומען שריט וואס שמעקט זייער שטארק נישט פאר כינע, און עס איז געקומען ווי אן איבערראשונג, נאכדעם וואס טראמפ האט ארויסגעצייגט אז ער האט אנטוויקלט א פריינטשאפט מיט'ן כינעזער פרעמיער מיניסטער נאכ׳ן אים געבן א ווארימע אויפנאמע אין מאר-א-לאגא.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל