ניו יארק – נעכטן האט מען געהערט דערציילן פונעם חרדי'שן געביידע אינספעקטאר ר' ברוך ווינער הי"ו א שרעקעדיגע זאך וואס ער האט אנטדעקט ביים מאכן אן אינספעקשאן אויף א דירה אין דער העוועסטרא געגנט אין ראקלענד קאונטי, וואו מער און מער אידישע פאמיליעס באזעצן זיך אין די לעצטערע יארן. ער איז אנגעקומען צו א הויז אויף וואודרידזש דרייוו גאס, וואו ער האט גלייך באמערקט אז די גלאזערנע טיר פונעם הויז איז צעבראכן און די טיר איז אויפגעשפארט. אינעם בעיסמענט אויף דער וואנט איז געווען אנגעפירקלט מיט גרויסע בוכשטאבן "קיין אידן", און ענליך זענען אנדערע צימערן געווען וואנדאליזירט מיט שווארצע פארב. ער האט באלד אלארמירט דעם קאסטומער און דעם ריעל עסטעיט בראוקער, וועלכע האבן אראפגערופן די פאליציי. די אפיצירן האבן אויסגעדרוקט שאק און פארדאמונג, האבן באלד גענומען עטליכע די-ען-עי סעמפלס פונעם היים, און האבן פארשפראכן דורכצופירן א גרונטליכע אויספארשונג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל