ברוקלין - אן ארטאדאקסישע אידישע פרוי האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין געריכט קעגן ניו יארק פּרעסביטעריען שפיטאל, זאגנדיג אז די שפיטאל פירערשאפט האט פארלעצט אירע רעליגיעזע רעכטן. פרוי הדס גאלדפארב זאגט אז אין יאר 15׳ האט זי אריינגעגעבן אן אפליקאציע צו דינען אלס באצאלטע פּאראמעדיק אינעם שפיטאל, און זי איז באלד אקצעפטירט און אראפגערופן געווארן אנצוהייבן, אבער נאך עטליכע וואכן, האט זי באקומען א נאטיץ אז זי ווערט ארויסגעווארפן ווייל זי פאלגט נישט אויס די רעגולאציעס וויאזוי מ'דארף גיין אנגעטאן. זי האט באלד אריינגעגעבן אן ״איקוואל רעליגיע רעכטן״ דאקומענט אין געריכט, זאגנדיג אז דאס פארלאנגען זיך צוצושטעלן צום שפיטאל׳ס קליידונג רעגולאציעס, וואלט באדייטעט אז זי וואלט געדארפט ברעכן אירע גדרי הצניעות. מיט עטליכע וואכן צוריק האט זי באקומען אן ענטפער אז זי קען קלאגן און אצינד האט זי אריינגעגעבן אן אנקלאגע אינעם קינגס קאונטי סופרים קאורט.

הוסף רשומת תגובה