וואשינגטאן - א פאנעל פון פעדעראלע אפעלאט ריכטער האבן נעכטן געאורטיילט אז טראמפ׳ס עקזעקוטיוו ארדער וואס זוכט אפצושטעלן רייזנדע פון זעקס מאיאריטעט-מוסולמענער לענדער, איז אומלעגאל און וועט דעריבער ווייטער בלייבן בלאקירט. אינעם אורטייל האבן די ריכטער געשריבן אז טראץ וואס דער עקזעקוטיוו ארדער ברענגט ארויס אז דער פרעזידענט האט די רעכט אזוינס צו פארארדענען צוליב נאציאנאלע זיכערהייט אישוס, איז אבער פארט קלאר אז דער ציל דערפון איז דיסקרימינאציע קעגן מוסולמענער. די טראמפ אדמיניסטראציע האט געזאגט אז אין ליכט פונעם אפעלאט געריכט׳ס אורטייל, וועט זי אריינשיקן א פארלאנג צום העכסטן סופרים קאורט איבערצוקוקן דעם עקזעקוטיוו ארדער, וואס טראמפ האפט צו האבן מער מזל אינעם סופרים קאורט, וואו ער האט נארוואס אריינגעשטעלט דעם קאנסערוואטיוון ריכטער ניעל גורסאטש.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל