וואשינגטאן - א פרישע אויפדעקונג צייגט אז א פאלשע דאקומענט וואס די רוסישע רעגירונג האט פאבריצירט, האט באאיינפלוסט דזשעימס קאומי'ן אין זיין אויספארשונג אויף פרוי קלינטאן'ס אימעיל סערווער. די אויפדעקונג זאגט אז קאומי האט פאראיאר זומער באקומען א דאקומענט אין וועלכע עס איז געשטאנען דעטאלן פון א דיעל וואס פרוי קלינטאן האט שטילערהייט געשלאסן מיט דער יוסטיץ דעפארטמענט אונטער אבאמא'ן, און אז זי האט באקומען א פארזיכערונג אז די אימעיל אויספארשונג וועט נישט גיין צו ווייט און ס׳וועלן נישט ארויסגעשטעלט ווערן קרימינאלע קלאגעס קעגן איר. דער דאקומענט האט שטארק אויפגעברויזט קאומי'ן, וועלכער האט דאן באשלאסן אז ער מוז גרונטליכער אויספארשן קלינטאן, אבער אין רעאליטעט איז דער דאקומענט בכלל נישט געווען קיין עכטע דאקומענט וואס איז געשריבן געווארן דורך קלינטאן אדער די יוסטיץ דעפארטמענט, נאר די רוסן האבן עס פאבריצירט, טאקע מיט׳ן ציל צו שעדיגן פרוי קלינטאן נאכמער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל