וואשינגטאן - נאציאנאלע וועטער באאמטע זאגן אז עס גייט קומען א שווערער סעזאן פון שטורעמס און האריקעינס אין די קומענדיגע פאר חדשים. עס ווערט געשאצט אז עס וועלן זיין צווישן 10 ביז 15 שטורעמס גענוג שטארק צו טראגן א נאמען, און צווישן 5 און 9 דערפון וועלן זיין האריקעינס. דער היי יאריגער האריקעין סעזאן וועט זיך אפיציעל אנהייבן יוני 1, אבער מ'האט שוין אזוי פרי ווי אין אפריל געזען א שטורעם, ווען ״שטורעם ארלין״ האט זיך אנטוויקלט אינעם ים, וואס איז א גאר זעלטענע זאך פאר אפריל, אז א שטורעם זאל ווערן אזוי שטארק, און דאס האט טאקע געשפילט א הויפט פאקטאר אין דער יעצטיגער ווארענונג דורך די וועטער באאמטע אז ס׳קומט אן אגרעסיווער האריקעין סעזאן. אין רעאקציע צו דער ווארענונג פון די וועטער באאמטע, האט די פעדעראלע עמורדזשעסי מענעדזשמענט אגענטור דערמאנט אמעריקאנער בירגער צו שטיין גרייט אין פאל פון א האריקעין, מיט א גענויעם פלאן פאר דער פאמיליע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל