וואשינגטאן - אמעריקאנער קאנטער טעראריזם באאמטע זאגן אז זיי באטראכטן יעצט די פארשידענע סטאדיומס און גרויסע פארזאמלונגס צענטערן איבער'ן לאנד וועלכע זענען גאר נאענט צו סאבוועי און טראנזיט סטאנציעס, אין ליכט פון דער טעראר אטאקע אין מאנטשעסטער. די באאמטע זאגן אז פון די אטאקע שטעלט זיך ארויס אז טעראריסטן קענען גרינג צילן דורכצופירן אטאקעס ביי גרויסע פארזאמלונגס צענטערן וואס האבן טראנזיט סטאנציעס נעבן זיך, ווייל אזוי קענען זיי דורכפירן דעם אויפרייס אפילו אינדרויסן פון דער פארזאמלונג צענטער, ווייל אלע פארזאמלטע וועלן זיך ארויסיאגן צו דער סטאנציע און דער כאאס וועט ברענגען נאך פאטאליטעטן און פארוואונדעטע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל