אלבאני - ניו יארק אטוירני דזשענעראל עריק שניידערמאן האט געמאלדן אז אזויפיל ווי 47 סטעיטס האבן געשליכטעט א לאוסוט אנקלאגע מיט די טארגעט געשעפטן נעץ. די סטעיטס האבן געקלאגט טארגעט איבער דעם וואס עס האט אין יאר 2013 פאסירט א מאסיווע העקינג אין טארגעט'ס נאציאנאלע קאמפיוטער סיסטעם, וואס האט געברענגט אז די קרעדיט קארד אינפארמאציע פון מיליאנען קאסטומערס זענען געווען אין געפאר פון אריינפאלן צו די הענט פון העקערס. אונטער דער לאוסוט שליכטונג, וועט טארגעט באצאלן 18.5 מיליאן דאלער פאר די שאדנס וואס די העקעריי האט אנגעמאכט פאר קאסטומערס, און זי וועט אויך איינשטעלן נייע זיכערהייט מאסנאמען צו פארזיכערן אז אזוינס קען זיך נישט איבערשפילן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל