ניו יארק סיטי – געוועזענער מעיאר דעיוויד דינקינס האט דערגרייכט א שליכטונג מיט'ן ניו יארקער איינוואוינער וועלכער האט אים געקלאגט פאר'ן אים פארוואונדן. די רעדע איז פון ראדריגא גארסיע וועלכער האט פאראיאר זומער געזאגט אז דער אלטער דינקינס האט געדרייווט א קאר און אריינגעקראכט אין אים בשעת ער איז געפארן אויף א ביציקל. גארסיע זאגט אז נאכדעם וואס דינקינס האט אריינגעקלאפט אים מיט'ן קאר, האט ער נאכאמאל אים איבערגעטרעטן און אים איבערגעלאזט ליגן פארוואונדעט. גארסיע האט מיט עטליכע וואכן צוריק געהאט פארלאנגט אז א ניו יארקער ריכטער זאל אים דערקלערן דער אויטאמאטישער זיגער פונעם קעיס, נאכדעם וואס דינקינס האט פארפעלט אנצוקומען צו דריי געסקעדזשועלטע הירינגס, אבער למעשה האט גארסיע'ס לאיער געזאגט אז דער קעיס איז געשליכטעט געווארן נעכטן אינדרויסן פון געריכט און די קלאגעס קעגן דינקינס ווערן ארויסגעצויגן. די דעטאלן פון דער שליכטונג זענען נישט פובליצירט געווארן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל