לאנדאן - סייענטיסטן אין ענגלאנד האבן אנגעהויבן א שטודיע צו שטודירן די מעגליכקייט פון נוצן די זיקא ווירוס צו באקעמפן מוח קענסער רח"ל. די זיקא ווירוס איז שעדליך, ווייל עס גרייפט אן די יונגע אומרייפע צעלן אין מוחות פון פיצלעך קינדער. דאקעגן ביי ערוואקסענע מענטשן, וועמענס מוחות זענען שוין פולשטענדיג אנטוויקעלט, שאדט דאס נישט פאר'ן מוח, און אלעס וואס מען ליידט, אויב מען ווערט אנגעשטעקט מיט'ן וויירוס, זענען מילדע פלו סימפטאמען. די פארשער האבן אנגעוויזן אז מוח קענסער צעלן האבן ענליכקייטן צו די אומרייפע צעלן פון יונגע בעיביס, דערפאר איז אויפגעקומען די מעגליכקייט צי מען קען נוצן דעם וויירוס אויף צו באקעמפן די ביטערע מחלה. די פארשער וועלן עס קודם אויספרובירן דורך אויסשטעלן מוח קענסער צעלן צו זיקא ווירוס צעלן אין לאבאראטאריע וואוקס טעלערלעך, און אויב עס שטעלט זיך ארויס אלס ווירקזאם, וועט מען אנהויבן פראבעס אויף לאבאראטאריע באשעפענישן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל