בריסל – די מאטא פון פרעזידענט טראמפ און זיינע פאליסיס איז "אמעריקע ערשט", און נעכטן האט טראמפ געטאן עפעס פיזיש צו פארזיכערן ס'זאל טאקע זיין אמעריקע ערשט, העכער און פאראויס פון אלע איבריגע לענדער. דאס האט פאסירט ביים נאטא סאמיט אין בריסל, בעלגיע, וואו פילע פרעמיער מיניסטארן און פרעזידענטן פון די נאטא לענדער האבן זיך אויסגעשטעלט פארנט פון די קאמערעס גרייט אז די מידיא זאל כאפן פון זיי בילדער, און פלוצלינג איז טראמפ אנגעקומען הונטער עטליכע פארזאמלטע פירער, און האט מיט זיין האנט געגעבן א שטארקן שטופ פאר'ן מאנטענעגרא פרעמיער מיניסטער און אים גערוקט אין דער זייט, שטעלנדיג זיך פארנט און אין צענטער פון אלע אנדערע פירער. ליבעראלן האבן זיך באלד גענומען פארפירן אז טראמפ איז ווילד און אומערצויגן, אבער טראמפ'ס שטיצער האבן זיך אנגענומען פאר אים און ארויסגעברענגט אז דאס איז טייטש "אמעריקע ערשט", אנצייגנדיג אויף א בילד פון א נאטא סאמיט אונטער פרעזידענט אבאמא, וואו מ'זעט אבאמא שטיין פון הונטערוויילעכץ, אונטער אנדערע פרעמיער מיניסטארן און פרעזידענטן.

בזיונות!





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל