.
אַ גרופּע טעראָריסטן האָבן געעפנט פייער אויף אַ באָס אין וועלכע עס זענען געפאָרן אַ גרופּע קאָפּטישע (Coptic) קריסטן, און באַהאָגלט דעם באָס מיט קוילן, פון וועלכע אַמווייניגסטנס 26 זענען אומגעקומען, אַריינגערעכנט קליינע קינדער, און נאָך אַרום 35 זענען שווער פאַרוואונדעט געוואָרן. די גרופּע - וועלכע האָט געציילט אַרום 10 מערדער - זענען געווען געקליידעט אין מיליטערישע מונדירן, און פאַרמאַסקירט. זיי זענען אַרויפגעקומען אויפ׳ן באָס - וועלכע איז געווען אויפ׳ן וועג צו אַ מאָנאַסטיר - און אָנגעמאכט דאָרט אַ בלוט באָד.

די אַטאַקע איז פאָרגעקומען היינט אינדערפרי נעבן די הויפּטשטאָט קאיראָ. דערווייל האָט קיין איין טעראָר גרופּע נישט גענומען קיין פאַראַנטוואָרטליכקייט פאַר די אַטאַקע, אָבער די קאָפּטישע קריסטן שטייען אויס אין די לעצטע יארן נאָכאַנאַנדיגע אַטאַקעס און שחיטות דורך די אייסיס טעראָר גרופּע, און אירע שפּלינטער גרופּעס וועלכע אַפּערירן אין עגיפּטן, אַריינגרעכנט אַן אַטאַקע מיט עטליכע מאָנאַטן צוריק אויף אַ קאָפּטישע קירכע וועלכע האָט איבערגעלאָזט 75 טויטע און הונדערטער פאַרוואונדעטע.

די קאָפּטישע געמיינדע איז די עלטסטע געמיינדע אין עגיפּטן, און וואוינען שוין דארט פאַר טויזנטער יאָרן, נאָך פאַר די אַראַבער האָבן איינגענומען דאָס לאַנד אין די מיטל-אַלטער יאָרן. די געמיינדע איז אויך פון עלטסטע קריסטליכע געמיינדעס אין די וועלט, און איז די גרעסטע קריסטליכע געמיינדע אינעם מיטל מזרח, אָבער אין די לעצטע יאָרן שרומפּן זיי שטאַרק איין נאָכדעם וואָס פולע ווערן גע'הרג׳ט און טויזנטער אַנטלויפן פון עגיפּטן צוליב די רדיפות וואָס זיי שטייען דאָרט אויס פון די מוסלעמענער.

בילדער און ווידיאָס










קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל