מאַסיווע רעטונג אַפּעראַציעס גייען אָן אין די אינזל סרי לאַנקע. שווערע פאַרפלייצונגען און מאַראַסט איבערגיסענישן (מאָהד סליידס) האָבן שוין אומגעברענגט איבער 100 און נאָך פולע צענדליגע זענען געשטראַנדעט אונטער די ברוכוואַרג און ווערן געזוכט. די אינזל וועלכע געפונט זיך אין אינדישן ים, שטייט אָפט אויס צו פאַרפלייצונגען און שווערע וועטערס, אָבער היי יאָר איז די רעגן סעזאָן געקומען פריער ווי געראָכטן און מיטגעברענגט שווערע פאַרפלייצונגען און לאַנד-גליטשן (לענד-סלייד).

די רעגן איז דאָס אַרגסטע זינט 2003, און אין די פּראָווינץ פון קאַלוטאַרע (Kalutara) איז באַריכטעט געוואָרן 5 באַזונדערע לאַנד גליטשן, אונטער וועלכע פולע הייזער זענען געוואָרן באַערדיגט, און עטליכע הונדערט מיליטער לייט מיט העליקאַפטערס פירן דורך אַ זוכעניש אַפּעראַציע נאָך אַרום 90 מענטשן וואָס ווערן געשאַצט צו זיין אונטער די מאַראַסט. מען האָפט צו קענען אַרויסבאַקומען אַ טייל פון זיי לעבעדיגערהייט.

בילד: זוכעניש אַפּעראַציע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל