די היי-יעריגע דשי-7 סאָמיט קומט פאָׂר אין ליכט פון די לעצטע כוואַליע פון טעראָר אַטאַקעס אין אייראָפע, און ספּעציעל די בלוטיגע טעראָר אַטאַקע אין מאַטשעסטער וועלכע האָט אומגעברענגט 22 יונגע מענטשן. די אַטאַקעס ווערן מיינסטענס דורכגעפירט דורך מוסלעמענער וועלכע האָבן זיך געהאָדעוועט אין אייראָפע, דעריבער זענען די אייראָפעישע פירער אַנטשלאָסן צו נעמען פרישע שריט צו פאַרמיידן אייראָפעישע מוסלעמענער פון ראַדיקאַליזירט ווערן, ספּעציעל דורך די אינטערנעט וואָס ווערט אויסגענוצט דורך ראַדיקאַלע מוסלעמענער צו פאַרשפרייטן זייער גיפט.

די בריטישע פּרעמיער מיניסטאָרקע טעריסאַ מעי האָט אויסגענוצט איר רעדע פאַר די סאָמיט - איר ערשטע רעדע זינט ווערן איינגעשוואוירן - צו אַפּעלירן צו די וועלט פירער און צו טעכנאָלאָגישע פירמעס צו נעמען שטרענגערע שריט און נאָך מער איינצוימען די פרייהייט וואָס טעראָריסטן האָבן צו קאָמיוניקירן און פאַרשפרייטן זייערע מאַטריאַל אויף די אינטערנעט.

״טראָץ וואָס אייסיס פאַרלירט טעריטאָריע אין איראַק און אין סיריע, טוט זי זיך ווייטער פאַרשפרייטן מיט די כח פון די אינטערנעט, זי נוצט אויס מאָדערענע טעכנאָלאָגיע צו פאַרגיפטן די הערצער און מוחות פון יונגע מוסלעמענער איבער די גאַנצע וועלט. די קריג דאַרף אריבערגיין פון שלאַכטפעלד צו די אינטערנעט״, האָט מעי געזאָגט אין איר אַדרעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל