אין זיין רעדע ביי די נאַטאָ סאָמיט נעכטן האָט פּרעזידענט טראָמפּ זיך אַנטשולדיגט אויף די אינצידענטן אין די לעצטע טעג ווען האַקעלע אינפאָרמאַציע איז אַרויסגערינען פון די אויספאָרשונג וואָס די ענגלישע שפּיאָנאַזש האָט דורכגעפירט. די אינפאָרמאַציע איז אַרויסגערינען דורך אַמעריקאַנער באַאַמטע וועלכע האָבן דאָס באַקומען אין די ראַמען פון אַ שפּיאָנאַזש מיטטיילונג פּראָגראַם. ער האָט געזאָגט אַז ער האָט פאַראָרדנט די פעדעראַלער יוסטיץ דעפּאַרטמענט צו דורכפירן אַ גרונטליכע אויספאָרשונג צו דערגיין ווער עס שטייט אונטער די אַרויסרינוג.

דאָס איז געקומען נאָכדעם וואָס די בריטישע רעגירונג האָט אָפּגעשטעלט דאָס מיטטיילן אינפאָרמאַציע מיט די אַמעריקאַנער באַאַמטע, און האָט גאָר שטאַרק געברויזט אויף דעם וואס האַקעלע אינפאָרמאַציע איז אַרויסגערינען צו די פּרעסע דורך אַמעריקאַנער שפּיאָנאַזש. אינפאָרמאַציע וועלכע האָט לויט ווי די בריטישע זאָגן, סאַבאָטאַזשירט די אויספאָרשונג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל