.
אין מאַנטענאַ איז נעכטן אָפּגעהאַלטן געוואָרן ״ספּעציעלע וואַלן״ צו ערזעצן דאָס פלאַץ פון רייען זינקע וועלכע איז נאָמינירט געוואָרן צו די קאַבינעט פון פּרעזידענט טראָמפּ. עס האָט זיך פאַרמאָסטן דער רעפּאָבליקאַנער קאַנדידאַט גרעג גיאַפאָרטעי קעגן דעם דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט ראַב קוויסט, און טראָץ וואָס עס איז אַ שטאַרק רעפובליקאַנער דיסטריקט איז עס געווען אַ היציגע און ענגע פאַרמעסט. אָבער דאָס אַרגסטע פאַרן רעפובליקאַנער קאַנדידאַט איז געווען נאָכדעם וואָס מיט אַ טאָג צוריק איז באַקאַנט געוואָרן אַז ער האָט פיזיש אַטאַקירט אַ רעפּאָרטער פאַרן אים פרעגן פראַגעס.

דער קאַנדידאַט האָט פּרובירט צו לייקענען, אָבער עטליכע אַנדערע רעפּאָרטער, אַריינגערעכנט קאָנסערוואַטיווע רעפּאָרטער פון פאַקס ניוז וועלכע האָבן בייגעוואוינט די אינצידענט האָבן באַשעטעטיגט אַז עס איז וואָר. אָבער ווי עס זעהט אויס איז די געשיכטע אַרויפגעשווימען צו שפעט צו קענען אָנמאכן שטאַרקע שאָדן פאַרן קאַנדידאַט.

נאָכן אָפּצייל אַרום 90 פראָצענט פון די שטימען שטעלט זיך אַרויס פון די רעזולטאַט פון די וואַלן אז גיאַפאָרטעי האָט געווינען מיט אַ באַקוועמע אויבערהאַנט, טראָץ וואָס מיט אַ קלענער מערהייט וואָס ער וואָלט ווען נאָרמאַל באַקומען. צווישן די 300,000 שטימען, שטייט ער מיט אַרום 30,000 שטימען מער, וואָס באַדייט אַ 10 פראָצענט אויבערהאַנט.

ביי זיין זיג רעדע, האַט ער זיך אֶנטשולדיגט איבער די אינצידענט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל