די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע גרייט אָן אין די טעג אַ ברייטע שטאַב פון לעגאַלע עקספּערטן, אַדוואָקאַטן, סטראַטעגיסטן, וועלכע זאָלן זיך אָפּגעבן מיט די גאַנצע רוסלאַנד אויספאָרשונג און די פּאָליטישע נאָכווייען דערפון. די אַפּעראַציע ווערט אָנגעפירט דורך הויפּט סטראַטעגיסט סטיוו בענאָן, אַ הויכער באַאַמטער אין די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע וועלכער איז דערווייל נישט פאַרמישט פּערזענליך אין די סקאַנדאַל און דעריבער די פּאַסיגסטער קאַנדידאַט דערצו.

עס איז דערווייל נאָכנישט קלאָר וויאַזוי די שטאָב וועט אויסזעהן, און ווער פּונקטליך וועט זיין אַ טייל דערפון, אָבער באַריכטן זאָגן אַז דער פּרעזידענט וויל האָבן אַ גרויסע שטאַב פון די בעסטע אַדוואָקאַטן און אַזוי אויך מידיאָ פּערזענליכקייטן וועלכע זאָלן דינען ווי אַ פּאַנצער קעגן די לעגאַלע באַשולדיגונגען און אים ראָטן וויאַזוי זיך צו אומגיין מיט די אויספאָרשונג, און וויאַזוי צו רעאַגירן צו די פּרעסע. דערווייל איז באַשטעטיגט געוואָרן אַז מארק קאַזאָוויטש, אַ לאַנגיעריגער לויער וועלכער אַרבעט פאַר טראָמפּ, וועט זיין טייל דערפון, און נאָך אַרום 4 באַרימטע אַדוואָקאַטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל