די נאַטאָ פאַראיין איז געשטעלט געוואָרן צו פאַרזיכערן און באַשיצן אירע מעמבער און שטיין פעסט קעגן גלאָבאַלע סכנות, אַ שטייגער ווי רוסלאַנד'ס אַגרעסיווע שטיק. אַמעריקע איז די גרעסטע כח אין נאַטאָ, און זינט טראָמפּ איז ערשינען אויף די אַרענע, האָט ער געמאַכט איינס פון זיינע טענות אַז לענדער נוצן אויס אַמעריקע, און זענען אָנגעוויזן אויף נאַטאָ אַז אַמעריקע צאָלט די מערסטע און לייגט אַריין די מערסטע כחות (מיליטער, א.ד.ג.) צו באַשיצן אַנדערע לענדער.

יעצט, ביי אַ באַזוך אין די נאַטאָ סאָמיט אין בריסל, די הויפּשטאָט פון די אייראָפעאישער יוניאן, ווי רעגירונג פירער פון נאַטאָ לענדער קומען זיך צונויף, האָט טראָמפּ געשמועסט פּאַליסי, און געצימבלט זיינע קאָלעגעס צו צאָלן זייער טייל אין די קאָסטן פון נאַטאָ.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל