"פאר'ן וואוילזיין פונעם נפש דארף מען זיך זארגן, נישט ווייניגער ווי פאר'ן גוף"

"מענטל העלט" רעכנט אריין אונזערע עמאציאנאלע, פסיכאלאגישע און סאושל-וואוילזיין.

עס אפעקטירט וויאזוי מיר טראכטן, שפירן און פירן זיך אויף. די נפשיות'דיגע געזונט איז וויכטיג אין יעדן שטאפל אין לעבן, פון אלס קינד ביז לאורך ימים ושנים טובים.

אויב פאסירט פראבלעמען אינעם נפשיות'דיגן געזונט, וועט עס אפעקטירן די מחשבה, גיסטע, אויפפירונג פונעם מענטש.

וואס זענען די גורמים צו עמאציאנאלע פראבלעמען? עס קען זיין עטליכע סיבות:

  • ביאלאגישע פאקטארן – ווי דזשינס וואס מען ירש'נט פון די עלטערן;
  • א שווערע דורכגאנג, ווי טראומע אדער אביוז;
  • א פאמיליע היסטאריע פון מענטל-העלט פראבלעמען.

 ווי געזאגט איז א מענטל פראבלעם זייער פארשפרייט, אבער עס איז ב"ה דא הילף צו באקומען. מענטשן וועלכע ליידן פון נפשיות'דיגע פראבלעמען קענען בעסער ווערן און זיך אפילו גענצליך ערהוילן בעז"ה!

ליינט אין די קומענדיגע וואכן וויאזוי צו דערשפירן מענטל-פראבלעמען אין אירע פריע שטאפלען, כדי צו קענען פארמיידן ערנסטע פראבלעמען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל