סעאל – די וועלט איז טאקע פארנומען מיט די פראנצויזישע וואלן וואס גייען פארקומען זונטאג, אבער בלויז 2 טעג שפעטער גייען פארקומען וואלן וועלכע קענען האבן דעם זעלבן שטארקן אינטערנאציאנאלן אפעקט, נעמליך די וואלן אין דרום קארעא.

זינט פארק דזשין-האי האט רעזיגנירט פון איר אמט אין מערץ, האט נישט דרום קארעא קיין פרעזידענט, און די וואלן צו ערוועלן א נייעם פרעזידענט וועלן פארקומען קומענדיגן דינסטאג, וואס דער קאנדידאט וועלכער איז דערווארט לויט אנקעטעס צו געווינען איז דער ליבעראלער מאן זשא-אין, וועלכער זאגט קלאר אז ער וויל צוריקקערן רואיגקייט צום קארעא האלב-אינזל, און דעריבער וועט ער דערנענטערן דרום קארעא אין א נייער פריינטשאפט און גוטן צוזאמלעבן מיט דעם רעזשים פון קים יאנג אן אין צפון קארעא.

אויב זשאי-אין ווערט טאקע פרעזידענט אין דרום קארעא, וועט דאס באדייטן פרישע קאפ-ווייטאג פאר אמעריקע, וועלכע שטייט יעצט אינמיטן א היציגן אויסטויש און געפעכט מיט קים יאנג אן, און פארלירן דרום קארעא׳ס שטיצע אינעם געפעכט קען זיך ארויסשטעלן צו זיין די ענדע פון אמעריקע׳ס אויבערהאנט אינעם קאמף.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל