פארטא ריקא טעריטאריע דערקלערט באנקראט


סאן הואן – די אויטאריטעטן אין דער אמעריקאנער טעריטאריע פארטא ריקא האבן נעכטן דערקלערט, אז זייער רעגירונג וועט אפיציעל אריינגעבן דאקומענטן צו דערקלערן באנקראט. דאס קומט נאכדעם וואס די ארטיגע רעגירונג האט זיך געטראפן מיט זיבעציג ביליאן דאלער אין חובות, וואס זי האט נישט קיין שום וועג וויאזוי עס צו דעקן.

דער באנקראט פון פארטא ריקא איז די סאמע גרעסטע באנקראט דעקלעראציע פון א שטאט אין אמעריקאנער היסטאריע - פיל גרעסער ווי דער באנקראט וואס די שטאט דעטרויט אין מישיגען האט דערקלערט אין יאר 13׳, ווען זיי האבן זיך דערזען מיט אכצן ביליאן דאלער חובות און נישט געהאט פון וואו עס צו באצאלן. דער באנקראט דעקלעראציע פון פארטא ריקא, וואס קומט אין דער זעלבער צייט וואס א נייער קאנגרעס בודזשעט האט זיי געשאנקען 296 מיליאן דאלער אין הילפס פראגראמען, וועט ערלויבן די ארטיגע רעגירונג אויפצולעזן הויכע פראצענטן פון פילע חובות וואס זי פארמאגט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל