35 אומגעקומען אין  איראן מינע אויפרייס


טעהראן – אמווייניגסטנס 35 זענען אומגעקומען נעכטן, ווען א מאסיווער אויפרייס האט פאסירט אין אן אונטערערדישער מינע אין שטאט אזארדשאר, צפון-מזרח איראן.

לאקאלע אויטאריטעטן האבן אנגעגעבן די סיבה צום אויפרייס, אז עס האבן זיך אנגעזאמלט צופיל מעטאען גאז אין דער מינע, ווי די דרוק אין די מינע איז דורכדעם געווארן צו שטארק.

ווי נאר דער אויפרייס האט זיך געהערט, זענען מער ווי צוואנציג אנדערע ארבעטער שנעל אריינגעלאפן צו דער עפענונג פון דער מינע, וועלנדיג העלפן די פארכאפטע ארבעטער, אבער ס׳איז שוין געווען צו שפעט, און פילע פון די וועלכע האבן געוואלט העלפן, האבן עווענטועל אליין געדארפט אנקומען צו שפיטאל באהאנדלונג. די אויטאריטעטן האבן דערנאך באשטעטיגט, אז 35 קערפער האבן זיי שוין ארויסגעשלעפט, און עס איז מעגליך אז נאך עטליכע מענטשן זענען פארכאפט אינעווייניג, וואס מען גלייבט נישט אז זיי האבן געקענט איבערלעבן דעם מאכטפולן אויפרייס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל