איסטאנבול – אויטאריטעטן אין טערקיי האבן געמאלדן אז זיי האבן סוקסעספול קאנפיסקירט אן אלטע היסטארישע ספר תורה, וואס א גרופע שמוגלער האבן פרובירט ארומצודרייען אויפן שווארצן מארקעט, און אינאיינעם מיט דער ספר תורה, האבן זיי אויך געטראפן ביי די שמוגלער הויפענס היסטארישע אידישע אנטיקן שטיקער, אריינגערעכנט צירונגען, זילבער שטיקער, מטבעות און אנדערע ארטיקלען, אין ווערד פון שווערע הונדערטער טויזנטער דאלארן.

די ספר תורה און די אנדערע אידישע אנטיקן זענען אפגעפונען געווארן אין טערקישן רעזארט שטאט אייוואליק, און ווי די אויטאריטעטן גלייבן, האבן די שמוגלער עס אריינגעברענגט פונעם הויפטשטאט איסטאנבול און בינגאל, א פראווינץ אין מזרח טערקיי וועלכע איז באקאנט אלס צענטער פאר דער שווארצער מארקעט פון אנטיקן. די אויטאריטעטן האבן געזאגט אין א סטעיטמענט אז די אפיצירן וואס האבן דאס קאנפיסקירט, האבן זיכער געמאכט צו באהאנדלען די אנטיקן מיט רעספעקט און געהיטן אויף זייער גאנצקייט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל