אבאמאקעיר

וואשינגטאן – די רעפובליקאנער אין קאנגרעס נעמען אן ערנסטע ריזיקע, נאכדעם וואס זיי האבן געמאלדן אז זיי וועלן היינט אפהאלטן אן אפשטימונג אין קאנגרעס אויפן ביל וואס וועט אפשאפן רוב טיילן פון אבאמאקעיר און איינשטעלן א נייעם רעפובליקאנער פלאן אויף איר ארט.

דער פלאן האט ביז נעכטן אינדערפרי נישט געהאט גענוג שטיצע ביי די רעפובליקאנער אין קאנגרעס, ווייל עטליכע האבן זיך געזארגט אז דער פלאן פארזיכערט נישט די מענטשן וואס זענען שוין קראנק צו קענען ווייטער געהעריג קויפן העלט אינשורענס – א הויפט אויפטו פון אבאמאקעיר – אבער למעשה האבן די רעפובליקאנער אביסל געטוישט דעם ביל, קלארגעשטעלט אז זייער פלאן וועט ווייטער פארזיכערן די רעכטן פון קראנקע צו האבן צוטריט צו העלט אינשורענס איינקויפן, און קאנגרעס ספיקער פאול רייען האט נעכטן נאכמיטאג דערקלערט, "מיר האבן די שטימען", וואס אן אפשטימונג איז געסקעדזשועלט אויף היינט.

אויב וועט עס דורכגיין, וועט עס זיין א היסטארישער זיג פאר פרעזידענט טראמפ, האבנדיג אויסגעפירט איינס פון זיינע קאמפיין פארשפרעכונגען. עס וועט אבער נאך דארפן ערשט באשטעטיגט ווערן אין סענאט, וואו די דעמאקראטן קענען עס גרינגער בלאקירן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל