קאליפארניע – די אמעריקאנער לופט-פלאטע האט נעכטן דורכגעפירט א פרישן טעסט אויף אן אינטערנאציאנאלן באליסטישן מיסיל, וועלכע האט די מעגליכקייט צו טראגן אויף זיך נוקלעארע וואפנס.

עס איז נישט קיין זעלטענע זאך אז די לופט-פלאטע זאל אויספרואוון מיסילס, אבער דאס איז שוין די צווייטע אזא טעסט אין בלויז עטליכע טעג, וואס צייגט אז דאס אמעריקאנער מיליטער גרייט זיך ערנסט אויף דער קליינער מעגליכקייט, אז עס וועט אויסברעכן א קריג צווישן אמעריקע און צפון קארעא.

דער מיסיל איז ארויסגעשאסן געווארן פון דער וואנדענבורג עירפארס באזע אין קאליפארניע, און עס איז געפלויגן נאענט צו פיר און אהאלב טויזנט מייל, בעפאר'ן גרייכן אין איר ציל, א ליידיגער מדבר וואס דאס מיליטער נוצט פאר אזעלכע סארט טעסטס אין די "מארשאל איילענדס". די מיסילס וואס די עירפארס האט אויספרובירט אין די טעג זענען באקאנט אלס "מינוטמען 3", וואס איז אמעריקע'ס איינציגסטע סארט לאנד-ארויסגעשאסענע מיסיל וואס קען טראגן נוקלעארע וואפנס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל