אלטאן סטערלינג

לואיזיאנא – די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן, אז זי וועט נישט ארויסשטעלן קיין פעדעראלע קלאגעס קעגן צוויי פאליציי אפיצירן אין לואיזיאנא וועלכע האבן געשאסן און אומגעברענגט א שווארצן פארשוין פאראיאר.

די 2 אפיצירן זענען געווען פארמישט אין שיסן דעם שווארצן, אלטאן סטערלינג, פאראיאר יולי, בעת ער איז געשטאנען אויף א גאס אין בעיטאן רודזש, לואיזיאנא און פארקויפט סידיס, און זיי האבן באקומען א באריכט אז ער איז באוואפנט. די שיסעריי און אומקום פון סטערלינג האט געפירט צו ווילדע ראיאטן און פראטעסטן אין לואיזיאנא, און שווארצע אקטיוויסטן רופן יעצט פאר פרישע פראטעסטן צו פראטעסטירן קעגן דעם באשלוס פון יוסיץ דעפארטמענט נישט אנצוקלאגן די אפיצירן, וואס די יוסטיץ דעפארטמענט באאמטע זאגן אז דאס איז וויבאלד ס'זענען נישטא קיין באווייזן אז סטערלינג'ס סיוויל רייטס זענען פארלעצט געווארן. נאך דער מעלדונג פונעם יוסטיץ דעפארטמענט, האבן סטעיט פראקורארן אין לואיזיאנא געזאגט אז זיי וועלן באטראכטן אליינס אריינצוברענגען קלאגעס קעגן די אפיצירן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל