Image result for GOOGLE DOCS PHISHING

לאס אנדזשעלעס – די "גוגעל" פירמע האט ארויסגעגעבן א שארפע עמורדזשענסי ווארענונג פאר אלע מיליאנען באנוצער פון איר "דזשימעיל" אימעיל סערוויס, אז מען זאל זיין זייער פארזיכטיג בעפאר מען עפנט אן אימעיל וואס זאגט כלומר'שט אז עס קומט מיט א דאקומענט פון "גוגעל דאקס" (א דאקומענטן ליינען און שרייבן סערוויס פון גוגעל), וויבאלד עס איז א שווינדלעריי פון העקערס.

די העקערס שיקן אן אימעיל צום מענטש און מאכן עס אויסזען ווי גלייך עס קומט פון עמיצן וועמען דער מענטש קען, און אינעם אימעיל איז דא א "לינק" וואס זעט אויס ווי א לינק צו אן אומשולדיגן "גוגעל דאקס" דאקומענט, אבער אין רעאליטעט, אויב דרוקט מען אויפן לינק, קומט מען אן צו א נייעם אינטערנעט בלאט, וואס זעט אויס ווי גוגעל בעט פשוט דעם אימעיל אדרעס און פעסווארד, אבער עכט איז עס א בלאט וואס איז אונטער קאנטראל פון די העקערס, און ווי נאר מ'לייגט דארטן אריין דעם אימעיל און פעסווארד, האבן עס די העקערס און דער דזשימעיל אקאונט איז מער נישט פארזיכערט.

גוגל זאגט אז אין די לעצטע פאר טעג האבן זיי באקומען אומצאליגע באריכטן פון אזעלכע סארט העקער שווינדלערייען און זיי פארשן עס אויס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל