Image result for new york city violations income

ניו יארק – ניו יארק סיטי האט אין יאר 16' אריינבאקומען נאענט צו איין ביליאן דאלער פון פארשידענע שטראפן אויף אירע איינוואוינער, לויט נייע ציפערן וואס דער סיטי קאמפטראלער סקאט סטרינגער האט נעכטן פובליצירט, זאגנדיג אין קאמענטארן אז די פארשידענע שטראפן זענען זייער וויכטיג, ווייל עס ברענגט אז איינוואוינער זאלן טראכטן צוויי בעפאר'ן פארלעצן סיי וועלכע געזעץ וכדומה. די סיטי האט אלעס אינאיינעם אויפגעטריבן 993 מיליאן דאלער, וואס איז 3.7 פראצענט העכער ווי די 957 מיליאן דאלער פון יאר 15'.

די שטראף געלטער נעמען אריין פארקינג טיקעטס, בילדינג קאוד פארלעצונגען און אנדערע מינדערוויכטיגע פובליק סעיפטי מיסברויכן. קוקנדיג טיפער אויף די ציפערן פון יאר 16', האבן פארקינג טיקעטס אויסגעמאכט 545 מיליאן דאלער, וואס הייסט 55 פראצענט פון די סך הכל שטראף געלטער וואס די סיטי האט אויפגעטריבן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל