אמעריקען וועט פארקלענערן פוס ארט אויף פליגער
ניו יארק – די "אמעריקען" לופטליניע האט געמאלדן אז זי וועט רעדוצירן די "פוס ארט" וואס איז דא צווישן איין זיץ און צווייטן, וואס באדייט אז מענטשן וועלן האבן נאכמער ווייניגער פלאץ צו זיצן געהעריג באקוועם בשעת'ן פליען.

די לופטליניע זאגט אין איר מעלדונג, אז די ערשטע דריי רייעס פון דער "עקאנאמיע" אפטיילונג פון יעדן פליגער וועט ווערן רעדוצירט פון די יעצטיגע 31 אינטשעס וואס איז דא פון איין זיץ ביז'ן צווייטן, אז ס'זאל נאר זיין 29 אינטשעס, און פאר די איבריגע רייעס פון דער "עקאנאמיע" אפטיילונג וועט די "פוס ארט" רעדוצירט ווערן צו 30 אינטשעס – וואס דער ציל דערפון איז צו ערלויבן די לופטליניע צוצולייגן מער רייעס זיצן אויף אירע "באואינג 737-מעקס" פליגערס.

די לופטליניע זאגט אז פאסאזשירן וועלן בכלל נישט שפירן דעם דיפערענץ, ווייל די נייע סארט זיצן וועלן זיין דינער געבויט, וואס באדייט אז דער זיץ פארנט פונעם פאסאזשיר וועט מער נישט זיין אזא גרויסער שטער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל