וואשינגטאן – דער לובאוויטשער שמואל בוטח וועלכער האט זיך געטראפן מיט טראמפ'ס קאנטראווערסיאלער הויפט סטראטעגיסט, סטיוו בענאן, האט פובליצירט אינטערעסאנטע בילדער וואס גיט א שטיקל אינעווייניגסטן בליק וואס ס'טוט זיך אין בענאן'ס אפיס.

אויף די ווענט זענען אויסגע'שורה'ט עטליכע גרויסע ווייסע טאוולען, דערויף זענען אויפגעשריבן מיט גרויסע שווארצע בוכשטאבן אלע קאמפיין פארשפרעכונגען וואס טראמפ האט געמאכט, און נעבן פילע פון די פארשפרעכונגען זענען דא פארשידענע צייכענעס.

נעבן די ווערטער "סוספענדירן אימיגראציע פון טעראר ראיאנען" און "סוספענדירן די סירישע פליטים פראגראם" זענען אויפגעשריבן "טשעק" צייכענעס, אן אנדייטונג אז בענאן האלט אז די פארשפרעכונג האט שוין טראמפ אויסגעפירט, טראץ וואס ביידע זאכן זענען דערווייל בלאקירט דורך פעדעראלע געריכטן. אנדערע מערקווירדיגע זאכן האבן טאקע נאכנישט קיין טשעק צייכענעס, אריינגערעכנט דאס וואס ס'שטייט אויפן טאוול "בויען די גרעניץ וואנט און עווענטועל מאכן מעקסיקא באצאלן דערפאר", און אויך "אפשאפן אבאמאקעיר".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל