קוועלער אינעם ווייסן הויז געבן איבער פאַר ״פּאָליטיקאָ״ אַז דער פרעזידענט זוכט צו טיילווייז באַזייטיגן אָדער מינימיזירן די ראָלע פונעם יעצטיגען ווייסע הויז פּרעסע סעקערטאַר שאַן ספּייסער. דאָס קומט נאָכדעם וואָס זיינע אָפיציעלע ענטפערס פאַר די פּרעסע זענען געווען אין קעגנזאַץ צום  פרעזידענט׳ס ווערסיע, און אַזוי אויך האַלט דער פרעזידענט אַז ער טוט אַ שוואַכע אַרבעט מיט׳ן פאַרטיידיגן די אַדמינסטראַציע אין לויף פון די לעצטע סקאַנדאַלן וועלכע באַדראָען די פרעזידעטשאַפט.

דער פרעזידענט האָט מיט אַ וואָך צוריק אין אַ אינטערוויו עפנטליך אויסגעדריקט אומצופרידנהייט מיט זיין אייגענע פּרעסע שטאַב, זאָגנדיג אַז זיי טוען נישט פּונקטליך איבערגעבן זיין אַגענדע, און אַז זיי קענען נישט נאָכיאָגן זיין שנעלקייט, און דאָס שאַפט צומישטקייט מיט די פּרעסע. באַריכטן זאָגן אַז זינט די סקאַנדאַלן וועלכע זענען אויפגעקומען די לעצטע וואָך, איז דער פרעזידענט שטאַרק אויפגעברויזט אויף ספּייסער און באַטראַכט אים אַלס אומפקאָמפעטענט, און זיין ראָלע וועט באַגרעניצט ווערן נאָכדעם וואָס דער פרעזידענט קערט זיך אום פון זיין קומענדיגע רייזע קיין אויסלאַנד.

דער פרעזידענט האָט געהאַט געזאָגט אַז ער פּלאַנט צו רעדוצירן די צאָל פּרעסע בריפינגס פון ווייסן הויז, און אַנשטאָט דעם געבן געשריבענע סטעיטמענטס פאַר די פּרעסע. אַזוי אויך אַליין געבן פּרעסע קאָנפערענצן מער אפט. עס איז דערווייל נישט קלאָר אויב ספּייסער וועט ערזעצט ווערן, אָדער זיין דעפּיוטי סעראַ האָקעבי סאַנדערס וועט שפּילן אַ מער צענטראַלע ראָלע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל