די שטים בודקעס אין איראַן וועלן זיך עפענען מאָרגן און עס וועלן פאָרקומען איינע פון די מערסטע-אָנגעצויגענע פאַרמעסטן וואָס דאָס לאַנד האָט געזעהן אין די לעצטע יאָרן. עס וועט אַנטשיידן די צוקונפט פון איראַן פאַר די קומענדיגע יאָרן. פון איין זייט שטייט דער אַמטירנדער פרעזידענט כאַסאַן רוכאַני, וועלכער טוט פאַרטרעטן די ״רעפאָרמיסטישע״ שטראָם אין איראַן, און איז אין שטיצע פון אַ דיאָלאַג מיט די מערב וועלט, און טוט בעפאָרצוגן עקאָנאָמישע פאָרשריט איבער מיליטערישע מאַכט, און אַזוי אויך שטיצט ער מער רעליגיעזע פרייהייט.

קעגן אים טוט זיך פאַרמעסטן דער רעליגיעזער אייאַטאָלע איבראַהים ראַיסי, אַ רעליגעזער ראַדיקאַל וואָס פאַרמאָגט די שטיצע פון די רעליגיעזע פירערשאַפט אין שפיץ פונעם איאַטאָלאַ כומעיני, און אַזוי אויך פון די רעוואָלוציאַנערע גוואַרדיע. ראַיסי איז אַ קעגנער פונעם נוקלעאַרן אָפמאַך און איז גאָר אויסגעשפראָכן אין זיין רעטאָריק קעגן די מערב וועלט.

טראָץ וואָס אין אָנהייב האָט אויסגעזען אַז רוכאַני האָט אַ לייכטע פעלד און וועט מאַרשירן צו אַ לייכטע זיג, האָט אָבער ראַיסי זיך אַרויסגעשטעלט צו זיין א גאָר כאַריזמאַטישע קאַנדידאַט און ציהט אָן שטאַרקע שטיצע. ער האָט אַ ספעציעלע אויבערהאַנט מיט דעם וואָס ער פאַרמאָגט די שטיצע פון די מאַכטפולע רעוואָלוציאַנערע גוואַרדיע.

אין איראַן הערשט אַ זאָרג אז אויב ראַיסי וועט געווינען, קען דאס ברענגען אַ פלייץ פון ראַיאָטן, אַזוי ווי עס האָט פּאַסירט ווען אַכמאַדיניזשאַד האָט געווינען זיין צווייטער טערמין, וויבאַלד די יוגנט אין איראַן איז סקעפטיש איבער די ערליכקייט פון די וואַל פּראָצעדור, און פולע האַלטן אַז די רעוואָלוציאַנערע גוואַרדיע האָט די מעגליכקייט צו נייגן די אויסגאַנג לויט ווי עס גלוסט זיך זיי.

Image Alternative Text


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל