פּאַניק און כאַאָס האָט אויסגעבראָכן אין טיימס סקווער, די פאַרנומענסטע פּלאַץ אין ניו יאָרק, ווען אַ קאַר איז אַריינגעפאָרן מיט אַ ווילדקייט אין פוסגייער, פאָרענדיג אויף אַ גאָר-הויכע ספּיד, ברענגנדיג אַ באַלדיג שרעק אַז עס האַנדלט זיך פון אַ טעראָר אַטאַקע. עס האָט דערמאַנט פון לעצטע קאַר-טעראָר אַטאַקעס אין עטליכע גרויסע שטעט אין אייראָפע און אין מדינת ישראל.

די אַטאַקע איז פאָרגעקומען מיטאג צייט, די מערסטע-פאַרנומענע צייט אויף די גאַס ווען עס ווירבלט מיט לאָקאַלע איינוואוינער און טוריסטן. אָנקומענדיג צו די סצענע, האָט פּאָליציי באַלד אָפּגעשפּאַרט דעם גאנצן שטח פון עטליכע גאַסן, און עוואַקוירט טייל פון די געביידעס. זיי האָבן באַלד באַשטעטיגט אַז די אינצידענט האָט איבערגעלאזט איין טויטער און נאָך 19 פאַרוואונדעטע, אָבער אַז עס האַנדלט זיך נישט פון קיין טעראָר אַטאַקע.

בייוואוינער האָבן באַלד געזאָגט פאַר די פּרעסע אַז עס האָט נישט אויסגעזעהן ווי אַ טעראָר אַטאַקע נאָר ליבערשט ווי אַ דריווער וועלכער האָט פאַרלוירן קאָנטראָל אויף זיין קאַר. פּאָליציי האָט געכאַפט און אַרעסטירט דעם דרייווער - אַ 26 יעריגער פון בראָנקס - און באַשטעטיגט אַז ער האָט געדרייווט אונטער די איינפלוס פון אַלקאַהאָל, און אַז ער האָט שוין אַ קרימינאַלער רעקאָרד.



וואָרענונג: גראַפישע ווידיאָס!!!



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל