מעיאָר ביל דעבלאַזיאָ זוכט אין די טעג צו צוריק אַרויפברענגען אויפ׳ן טיש אַ געזעץ פאָרשלאַג וואָס וועט אַרויפלייגן אַ 2.5% שטייער אויף טייערע היימען אין ניו יאָרק. די שטייער וועט זיין אויף היימען וועלכע ווערן פאַרקויפט פאַר העכער צוויי מיליאָן דאָלער, און לויט׳ן פּלאַן פונעם מעיאָר וועט עס גיין צו סובסידירן צוגענגליכענע וואוינונג פאַר 25,000 עלעטערע לייט וואָס נויטיגן זיך אין האוזינג הילף פון די רעגירונג.

אין די פאַרגאַנגענהייט, איז די פאָרשלאַג אָפּגעוואָרפן געוואָרן אין אַלבאַני, אָבער דער מעיאָר האָט אַצינד די הילף פון אַ מאַכטפולע לאַבי וועלכע פאַרטרעט אַרום 800,000 עלטערע און פענסיאָנירטע, און זיי האָבן זיך אָנגעשלאָסן אינעם מעיאָר׳ס קאַמפּיין צו דרוקן געזעצגעבער צו באַשטעטיגן דעם געזעץ.

די געזעץ וועט זיין אין צוגאַב צו די יעצטיגע 1% שטייער וואָס די סטעיט לייגט שוין אַרויף אויף הייזער פאַרקויפונגען העכער די סומע פון איין מיליאָן דאָלער. אַ שטודיע צייגט אַז די שטייער וועט אַפעקטירן אַרום 8% פון אַלע הייזער פאַרקויפן אין ניו יאָרק, די מערהייט דערפון אין מאַנהעטן ווי אַרום 86% פון אַלע טראַנזאַקציעס פון איבער צוויי מיליאָן דאָלער איז פאָרגעקומען אין די לעצטע צוויי יאָר.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל