ניו יארק סיטי – א מאסיווער אויל אויסגוס האט פאסירט אינעם איסט ריווער אין ניו יארק סיטי, ווען א קאן עדיסאן עלעקטעריק סטאנציע האט זיך גענומען אריינגיסן הונדערטער גאלאנען שמוציגע אויל אינעם טייך. דאס האט געברענגט אז געסקעדזשועלטע פערי שיפן רייזעס אינעם איסט ריווער זענען פארשפעטיגט געווארן, און די ניו יארק סיטי פערי באאמטע האבן געמאלדן אז די פארשפעטיגונגען וועלן אנהאלטן מעגליך ביז מארגן אינמיטן טאג.

די שטאטישע באאמטע האבן אנגעהויבן אוועקשטעלן א "סעיפטי זאנע" צו בלאקירן אלע שיפן פון אריינקומען אין דער געגנט וואו דער טייך איז פארפעסטיגט געווארן מיט די אויל, און די בלאקאדע וועט אנהאלטן ביז מען ענדיגט עס אויפרייניגן.

א קאוסט גארד באאמטער האט געזאגט אז דער אויסגוס האט פאסירט נאכדעם וואס א טראנספארמער אין דער עלעקטעריק סטאנציע האט געקראכט, ברענגענדיג אז דער מאסיווער טאנק, וואס אנטהאלט 37 טויזנט גאלאן פון כעמיקאל אויל, זאל זיך נעמען אריינגיסן אינעם טייך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל