פלארידע – כאַאָס האָט אויסגעבראכן אינעם פאָרט לאַדערדעיל אינטערנעשאנעל לופטפעלד, נאכדעם וואס ספּיריט עירליינס האט אפגעשאפן אסאך פליגערס אויפאמאל, וואס האט געברענגט צו לאנגע שורות פון אויפגעברויזטע קאסטומערס, און קריגערייען צווישן פאסאזשירן און לופטליניע איינגעשטעלטע.

בראוערד שעריף'ס אפיס ווארטזאגער, דזשינע קארטער, האט געזאגט אז די פאליציי זענען אלארמירט געווארן צום לופטפעלד און האבן געהאלפן ברענגען די סיטואציע אונטער ארדענונג, נאכ'ן ארעסטירן עטליכע פאסאזשירן וועלכע זענען פיזיש איבערגעפאלן עירליין איינגעשטעלטע.

א ווארטזאגער פאר ספיריט עירליינס האט געזאגט, אז די אלע געקענסלטע פליגערס איז געווען א רעזולטאט פון אנגייענדיגע קאנטראקט געשפרעכן צווישן די לופטליניע און די ארבעטער יוניאן פון זייערע פילאטן, וואס דערווייל האבן פילע פילאטן דערקלערט אז זיי וועלן נישט ארבעטן ביז ווילאנג נייע קאנטראקטן וועלן זיין אונטערגעשריבן.

Spirit's first aircraft to get the airline's new paint scheme is rolled outside for photographs  at the Premier Aviation Overhaul Center in Rome, N.Y., on Sept. 15, 2014.

די לאנגע רייען ביז ארויס פונעם בנין

כאַאָס בערכט אויס!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל