פילאדעלפיע – נעכטן האָט מען געהערט אַז עס וועלן נישט אַריינגעגעבן ווערן קיין קרימינאַלע אָנקלאַגעס איבער דעם אינצידענט ווען אַן עמטרעק באַן איז אַראָפגעפאָרן פון די שינעס אין יאָר 2015 און געברענגט 8 פאַטאַליטעטן און מער ווי 180 פאַרוואונדעטע.

פאַראַיאָר אָקטאָבער האָט אַ פעדעראַלער ריכטער באַשטעטיגט אַ שליכטונג פון 265 מיליאָן דאָלער איבער דעם אינצידענט, וואָס דאָס געלט האַלט אינמיטן פאַרטיילט ווערן פאַר די פאַמיליעס פון די אומגעקומענע און פאַר די פאַרוואונדעטע.

די נאַציאַנאַלע טראַנספאָרטאַציע זיכערהייט באָורד האָט געזאָגט אין אַ באַריכט פאַראַיאָר אין מאי, אַז דער דרייווער איז צעמישט געוואָרן פון הויכן גערודער אויף זיין ראַדיאָ און וועגן דעם איז ער אַראָפגעפאָרן פון די שינעס. פילאַדעלפיער פראָקוראַרן זאָגן, אַז באַזירט אויף דעם באַריכט פון די פעדעראַלע סעיפטי באָורד, זעהט מען טאַקע אַז דער באַן איז געפאָרן העכערן ספיד לימיט, אָבער ער האָט דאָס נישט געטאָן מיט קיין קרימינאַלע כוונה, און דעריבער קען ער נישט געקלאָגט ווערן.

קיין קלאַגעס איבער פאַטאַלן עמטרעק קראַך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל