הארלעם – צענדליגער פּראָטעסטירער האָבן נעכטן אָפּגעוואַרט דעם רעפובליקאַנער קאָנגרעס ספּיקער, פּאָול רייען, וועלכער איז געקומען אויף א באַזוך אין ניו יאָרק סיטי, וואו ער האָט באַזוכט א טשאַרטער סקול אין האַרלעם, וועלכע איז באַקאַנט אַלס די "סוקסעס אַקאַדעמי".

דער ציל פונעם באַזוך איז געווען אַרויסצוהייבן דעם סוקסעס פון די סאָרט טשאַרטער סקולס, ווייל די רעפובליקאַנער ווילן ערזעצן אַלע פובליק סקולס וואָס די רעגירונג קאָנטראָלירט צו טשאַרטער סקולס וואָס ווערן פריוואַט קאָנטראָלירט. ניו יארק סיטי קאונסיל ספיקער, מאַליסאַ מאַרק-וויוועריטאָ (Melissa Mark-Viverito), האָט אויסגעדרוקט אויפברויז איבער פּאָול רייען'ס באַזוך, זאָגנדיג אַז מען מוז זיך פאַרזאַמלען פאָרנט פונעם סקול און אים געבן צו הערן וואָס די ניו יארק סיטי איינוואוינער האַלטן פון זיינע לעצטיגע שריט אין קאָנגרעס. צענדליגער האָבן זיך טאַקע פאַרזאַמלט און פראָטעסטירט קעגן רייען'ס ראָלע אין דעם טראָמפּ-קעיר ביל וואָס קאָנגרעס האָט פאָריגע וואָך באַשטעטיגט.

רעפובליקאַנער קאָנגרעס ספּיקער פּאָול רייען אין ניו יאָרק סיטי
רעפובליקאַנער קאָנגרעס ספּיקער פּאָול רייען אין ניו יאָרק סיטי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל