ברוקלין – א פאסט אפיס ארבעטער אין ברוקלין איז ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס מען האט אויפגעדעקט אז ער האט אוועקגעווארפן אין מיסט טויזנטער ענוועלאופס און אנדערע פאסט וואס ער האט נישט דעליווערט צו די באשטימטע אדרעסן.

דער פארשוין, ווינסענט האלדער דזשוניער (Vincent Holder Jr), איז ארעסטירט געווארן אין זיין ברוקלינער היים, וואו די אויטאריטעטן האבן געטראפן הויפנס פון די פאסט וואס ער האט נישט דעליווערט, און דאס איז געקומען נאכדעם וואס ער האט איבערגעלאזט עטליכע זעק מיט אומדעליווערטע פאסט אין א קראונהייטס מיסט קאנטעינאר א פאר וואכן צוריק. אלעס אינאיינעם האט ער פארפעלט צו דעליווערן דריי טויזנט שטיקלעך פאסט, און די פראקורארן זאגן אז דאס גייט שוין אן אזוי פון אינמיטן יאר 2015.

ער איז אנגעקלאגט געווארן אויף גניבה און אנדערע פעדעראלע קלאגעס, און איז באפרייט געווארן אויף פופציג טויזנט דאלער בעיל.

ווינסענט האלדער דזשוניער
ווינסענט האלדער דזשוניער 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל