ברוקלין – א פרישע באריכט איבער ריעל עסטעיט אין ניו יארק סיטי פונעם ערשטן פערטל יאר 17', צייגט אן אינטערעסאנטע זאך, אז מאנהעטן'ס ווערד איז געפאלן, אין דער צייט וואס ברוקלין'ס ווערד איז שטארק געשטיגן.

דער באריכט צייגט אז אין רוב טיילן פון מאנהעטן האבן איינקויפער זיך געקענט גרינג דינגען מיט ריעל עסטעיט סוחרים און האבן באקומען אין דורכשניט א צוויי פראצענטיגע רעדוקציע פונעם אריגינעלן פרייז וואס דער פארקויפער האט געוואלט בעטן, און אין דער זעלבער צייט האבן איינקויפער אין טיילן פון ברוקלין, וואס נעמט אויך אריין די אידישע וויליאמסבורג, גאר געדארפט באצאלן מער ווי די אריגינעלע פרייז וואס דער פארקויפער האט געבעטן, ביי א דורכשניט פון 2.9 פראצענט מער!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל