כינע שטאלצירט מיט  אייגענע פאסאזשיר-פליגער
בעיזשינג – די כינעזער רעגירונג האט מיט גרויס פאמפע דורכגעפירט די ערשטע פלי רייזע פראבע אויף א פליגער וואס איז געבויעט געווארן אין כינע, וואס דאס איז דער סאמע ערשטער פליגער וואס איז גענצליך געבויעט געווארן דארטן.

דער פליגער, געבויעט דורך דער כינעזער רעגירונג׳ס פירמע ״קאומעק״, האט זיך געהויבן פרייטאג נאכמיטאג און איז געפלויגן 90 מינוט אין דער לופטן, און דערנאך האט עס סוקסעספול געלאנדעט אינעם פּודאנג לופטפעלד אין שאנכאי.

דער פליגער איז שוין געווען גענצליך פארטיג אין יאר 08׳, אבער די טעסט פלי רייזעס זענען אפגעשטופט געווארן נאכאנאנד צוליב טעכנישע סיבות, און אצינד, אז דער פליגער שטעלט זיך ארויס אלס פעאיג דורכצופירן פלי רייזעס, באדייט דאס אז כינע וועט זיך אריינלאזן אינעם גלאבאלן אוויאציע מארקעט, און נעמענדיג אין באטראכט דעם פאקט אז כינע קען אלעס פראדוצירן שנעלער און פאר ביליגער, איז די אנטוויקלונג שטארק באזארגנד פאר אמעריקע׳ס ״באואינג״ און פאר אייראפע׳ס ״עירבאס״.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל