רעדשעף טאיעף ארדואן
איסטאנבול - פרישע ציפערן צייגן אז די אידישע געמיינדע אין טערקיי ווערט אלס מער און מער באזארגט איבער׳ן דארטיגן צוקונפט, ספעציפיש אין די לעצטערע מאנאטן, ווען דער טערקישער פרעזידענט, ראַסיפּ טאיעפּ ערדאָוואַן, האט אנגעהויבן א קאמפיין צו פארכאפן מער מאכט, וואס דעריבער איז די זארג אז ער וועט מעגליך אנהייבן אונטערדרוקן פארשידענע מינאריטעטן רעליגיע גרופעס.

די ציפערן צייגן אז אין די לעצטע חדשים האבן מער ווי זעקס טויזנט טערקישע אידן אפעלירט צו באקומען אייראפעאישע פאספארטן און וויזעס, א מערהייט דערפון קיין שפאניע און פארטוגאל, וואס דאס צייגט אז די אידן ווילן האבן גרייט אן אנטלויף-פלאן אויב דער מצב ווערט טאקע גאר שווער. היינט צוטאגס וואוינען בלויז פופצן טויזנט אידן, וואס איז א גאר קליינער ציפער קעגן די הונדערטער טויזנטער וועלכע האבן דארטן געוואוינט לאנגע יארן, נאכדעם וואס דער טערקישער סולטאן האט געעפנט זיינע טויערן פאר׳ן ספרדישן אידנטום אין די יארן פון גירוש שפאניע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל