געמישטע רעאקציע צו רעליגיע עקזעקוטיוו ארדער
וואשינגטאן - פאריגע וואך האט פרעזידענט טראמפ אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער איבער רעליגיעזע גרופעס און פאליטיק, און מ'האט זינט דאן שוין געהערט געמישטע פארשידנארטיגע רעאקציעס פון פילע אידישע גרופעס.

דער עקזעקוטיוו ארדער זאגט אז רעליגיע גרופעס, וועלכע געניסן פון שטייער-פריי סטאטוס, וועלן פון היינט און ווייטער קענען אפיציעל ארויסקומען מיט פאליטישע מיינונגען און אויסדרוקן זייערע וואונטשן איבער פארשידענע הייסע פאליטישע אישוס - וואס דאס איז א שטארקער טויש פון ביז היינט, וואס אויב א רעליגיע גרופע האט זיך אריינגעמישט אין פאליטישע אישוס, זענען זיי אויסגעשטאנען א געפאר פון פארלירן זייער שטייער-פריי סטאטוס.

פילע עסקנים זאגן אז דאס וועט געבן פרישע מאכט און איינפלוס פאר רעליגיעזע וואוילטעטיגע גרופעס, וואס וועלן קענען אינדארסירן פאליטישע קאנדידאטן, אבער אנדערע ברענגען ארויס אז דער עקזעקוטיוו ארדער איז נישט גענוג קלאר, אז רעליגעזע גרופעס מעגן טאקע אריינרעדן אין רעגירונג אישוס וואס גייט קעגן זייערע מאראלישע אידעאלן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל