פראנצויזישע בירגער וועלן היינט באשליסן צוקונפט פון אייראפע
פאריז – צענדליגער מיליאנען פראנצויזישע בירגער וועלן היינט זונטאג ארויסקומען צו די שטים בודקעס, וואו זיי וועלן שטימען צו ערוועלן זייער קומענדיגן פרעזידענט, און דערמיט באשליסן די צוקונפט פון אייראפע, אין וועלכער דירעקציע די אייראפעאישע גרויסמאכט פראנקרייך זאל גיין: צי מיט דער קאנדידאט וועלכע וויל אפרייסן פראנקרייך פונעם אייראפעאישן פאראיין, ארויסציען פראנקרייך פונעם יורא וואלוטע סיסטעם און איינצוימען רעליגיעזע פרייהייט פאר אלע סארט רעליגיעס, אדער מיט דעם צענטריסטישן קאנדידאט וועלכער וויל פארבלייבן מיט'ן סטאטוס-קווא, אבער ער האט נישט קיין שום פריערדיגע ערפארונג אין פובליק.

די וואלן קומען פאר צווישן די רעכטע מארינא לא פען און דער צענטריסטישער עמאניועל מאקרון. די סאמע לעצטע אנקעטע גענומען פרייטאג, דורך דער פראנצויזישער "לא עקספרעס" צייטונג, צייגט אז מאקרון וועט באקומען 62 פראצענט פון די שטימען און לא פען בלויז 38 פראצענט, וויבאלד כמעט אלע אנדערע קאנדידאטן, וועלכע זענען ארויסגעפאלן אין דער ערשטער רונדע, האבן זיך פאראייניגט צו שטיצן מאקרון. אבער טראץ וואס אלע אנקעטעס צייגן אז מאקרון גייט גרינג געווינען, שטייען אינטערנאציאנאלע אבזערווירער אנגעצויגן און ווארטן מיט שפאנונג צו זען די רעזולטאטן, ווייל מ'האט זיך שוין אויסגעלערנט אין די לעצטע מאנאטן אז אנקעטעס קענען זיין גאר שטארק אומאקוראט.

פרייטאג האט מען געהערט פונעם מאקרון קאמפיין אז זיי זענען געפאלן א קרבן צו העקערס, וועלכע האבן באוויזן צו אינפילטרירן פילע קאמפיוטערס פון אירע קאמפיין הויפטקווארטירן און האבן ארויסגעליעקט פילע אימעילס פאר׳ן פובליק. אינאיינעם מיט די אויטענטישע אימעילס, האבן די העקערס אויך פובליצירט געפעלשטע דאקומענטן, מיט'ן ציל צו שאפן לעצט-מינוטיגע כאאס ביים פראנצויזישן פובליקום. עס איז אנגעוויזן געווארן אז דאס איז גענוי וואס עס האט פאסירט ביי די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן, און ס'איז אנגעבליך דער ארבעט פון די זעלבע רוסישע העקערס, וואס ס׳איז באקאנט אז רוסלאנד וויל ענדערש אז לא פען זאל געווינען און נישט מאקרון.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל