אלבאני – ניו יארק סטעיט סענאט פעיראל רעקארדס צייגן אז דער פאקט אז א גרופע דעמאקראטישע סטעיט סענאטארן שטימען אינאיינעם מיט די רעפובליקאנער, קאסט אפ אפאר מיליאן דאלער יערליך פאר די ניו יארקער שטייערצאלער. עס זענען פארהאן אכט דעמאקראטישע סטעיט סענאטארן וועלכע האבן עטליכע יאר צוריק געגרינדעט א ספעציעלע "אינדעפענדענט דעמאקראטישע קאנפערענץ" (וויקיפּידיע) און זיי שטעלן זיך געווענליך צו צו די רעפובליקאנער אינעם סטעיט סענאט, געבנדיג פאר די רעפובליקאנער אומאפיציעלע קאנטראל פונעם סטעיט סענאט טראץ וואס עס זענען פאקטיש פארהאן מער דעמאקראטן דארט.

אצינד צייגן די סטעיט פעיראל רעקארדס אז דער ספעציעלער אינדעפענדענט קאנפערענץ פארמאגט א באזונדערע שטאב פון פערציג איינגעשטעלטע, וועמענס געהעלטער באטרעפן 2.2 מיליאן דאלער יערליך, און דעמאקראטישע פארטיי באאמטע זענען שוין ארויסגעקומען מיט קריטיק זאגנדיג אז די ציפערן צייגן אז דער אינדעפענדענט קאנפערענץ איז א נארישע פאליטישע שפיל וואס קאסט סתם פאר שטייערצאלער גרויסע געלטער.

די אינדעפענדענט דעמאקראטישע קאנפערענץ
די אינדעפענדענט דעמאקראטישע קאנפערענץ


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל