ווירדזשיניע – דער מעיאר פון שארלאטסוויל, ווירדזשיניע האט געזאגט אז ער איז געפאלן א קרבן פון אנטיסעמיטישע מעסעדזשעס און סטראשונקעס. דער אידישער מעיאר מייק סיגנער (Michael Signer) איז ארויסגעקומען שארף פארדאמען דאס וואס ראסיסטן האבן זיך פארזאמלט נעכטן אין זיין שטעטל און אפגעהאלטן א ראסיסטישע צערעמאניע מיט פאקלען, און סיגנער זאגט אז ווייל ער האט זיך געוואגט ארויסצוקומען קעגן די גרופע, האבן פילע אים אנגעהויבן שיקן פריוואטע און פובליק מעסעדזשעס אנגעפולט מיט אנטיסעמיטיזם.

מעיאר סיגנער זאגט אז ער איז אין פארבינדונג מיט די לאקאלע פאליציי וועלכע פארשן אויס די אלע סטראשונקעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל