ניו דזשערסי – חרדישע וואקאציאנערן וועלכע פלאנירן צו פארן אין לויף פון די זומער מאנאטן קיין דיעל, ניו דזשערסי, וועלכע איז אין די לעצטערע יארן געווארן א גאר פאפולערע וואקאציע ארט, דארפן אינאכט נעמען אז די פארקינג געזעצן און רעגולאציעס אין דער שטאט וועלן זיך מעגליך טוישן אין די גאר נאנטע וואכן.

די טאון באאמטע האבן אריגינעל געהאט דיסקוסירט צו בעטן א ספעציעלע פרייז פון 100 דאלער פער זומער פאר א פארקינג ארט אויף די גאסן וועלכע האבן דירעקטע צוטריט צום וואסער – אדער 50 דאלער פער מאנאט. למעשה האבן א מערהייט טאון באורד מיטגלידער אנידערגעשטימט דעם פלאן, אויס זארג אז עס וועט סתם אנשרעקן וואקאציאנערן נישט צו וועלן קומען אהין צוליב'ן הערן פון נייע געלטער פאר פארקינג. די טאון באאמטע וועלן אבער דיסקוסירן אן אנדערן פלאן, צו בעטן 10 דאלער א טאג פאר פארקינג ביי די גאסן נאנט צום וואסער, זאגנדיג אז אזא סארט פרייז וועט זיין פשוט'ער צו רעקלאמירן און פאר די וואקאציאנערן צו פארשטיין.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל