וואשינגטאן – א גרופע אמעריקאנער און אויסטראליער דאקטוירים זענען ארויסגעקומען מיט א שארפן ארטיקל קעגן די "עספייער אסיסט" (AspireAssist) וואג פארלוסט מעטאד, זאגנדיג אז דאס איז זייער שעדליך.

די "עספייער אסיסט" איז אן אפעראציע אין וועלכע מען פלאנצט איין א רערן-סיסטעם ביים מענטש'ס מאגן, און א רער קומט ארויס אינדרויסן פונעם מענטש און ליגט אויפן בויך, און יעדעס מאל נאכ'ן עסן, קען מען מיט א קליינעם קנעפל עפענען דעם רער און ארויסגיסן די אפגעגעסענע עסנווארג אינדרויסן, אנשטאט וואס עס זאל אריינגיין אין מאגן, זיך פארדרייען און ווערן פעטנס און צוקער. דער מעטאד איז גאר ראדיקאל, און איז באצייכנט געווארן אלס א "פלאמבינג סיסטעם" פאר'ן מענטש, אבער טראצדעם האט עס באקומען באשטעטיגונג שוין מיט כמעט א יאר צוריק דורך די פעדעראלע רעגירונג.

יעצט הערט מען פון די דערמאנטע דאקטוירים וועלכע זאגן אז דער מעטאד קען ברענגען אז מענטשן זאלן אנטוויקלען "בולימיע" – א קרענק וואס באדייט אז מענטשן עסן איבער די מאס פאר עמאציאנעלע אורזאכן, און דערנאך מאכן זיי דירעקט אז זיי זאלן דאס אויסברעכן, וואס שעדיגט דעם גאנצן פארדייאונג סיסטעם.

די עספייער אסיסט

וויאזוי די עספייער אסיסט ארבייט


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל