ניו יארק – א לאיער אין ניו יארק סיטי איז באשטראפט געווארן פאר'ן זינד פון צו שטארק פארטיידיגן זיין קליענט...

דאס האט פאסירט מיט'ן שטאטישן לאיער אמאטולא בוט (Amatullah Booth), וועלכער איז געשטעלט געווארן דורך די פאליציי יוניאן באאמטע צו פארטיידיגן א פאליציי אפיציר ביי אן אויספארשונג. דער פאליציי אפיציר דזשאן עסיג (John Essig) איז אויסגעפארשט געווארן דורך פראקורארן און ריכטער אינעם ברוקלין פעדעראלן געריכט אין סעפטעמבער פאראיאר, איבער דעם וואס א פארשוין ביים נאמען העקטאר קאדערא (Hector Cordero) האט געזאגט אז אפיציר עסיג האט אים אומזיסט ארעסטירט פאר לעכערליכע און פאלשע דראג קלאגעס. די ריכטער און פראקורארן האבן געוואלט הערן דעם אפיציר'ס זייט פון די געשיכטע און האבן אים געשטעלט עטליכע פראגעס, און אין לויף פון די פראגע סעסיע, האט זיך דער לאיער בוט אריינגעמישט אזויפיל ווי 600 מאל און געשריגן אז די פראגעס זענען נישט יושר'דיג, און באזונדער האט ער 20 מאל געזאגט פאר'ן אפיציר אז ער זאל נישט ענטפערן די פראגעס.

ברוקלין ריכטער שעריל פּאלאק האט דעריבער ארויפגעשטעלט "אומארדענונג" קלאגעס קעגן בוט, וועמענס פראצעס גייט זיין די וואך.

די פעדעראלע ברוקלין קאורט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל