באָראָ פּאַרק – באָראָ פּאַרקער און פלעטבושער איינוואוינער ווערן געלאַנדעט היינט, דינסטאָג, אָווענט פאַר אַ 'טאַונהאָל' מיט מעיאָר דעבלאַסיאָ, וואו זיי וועלן קענען אויפברענגן און דיסקוסירן אישוס מיט'ן מעיאָר וועלכע אַפעקטירן די שטאָט אין די געגנט.

ס'איז דאָס ערשטע מאָל וואָס עס געדענקט זיך אַזאַ געלעגנהייט פאַר איינוואוינער דירעקט צו אויפצוברענגן אין אַן עפנטליכע פאָרום זייערע אישוס און געדאַנקן מיט'ן פירער פון די שטאָט ניו יאָרק. דער מעיאָר האָט שוין אָפּגעהאַלטן ענליכע פאָרומס אין אַנדערע דיסטריקטס, און איצט ברענגט עס קאָונסילמאַן ר' דוד גרינפעלד קיין באָראָ פּאַרק, אינאיינעם מיט אַסעמבלימאַן ר' דוב הייקינד און באָראָ פּרעזידענט עדעמס. די פאָרום ווערט אויך קאָ-ספּאַסנאָרט דורך די קאָמיוניטי באָורדס 12 און 14, די 66'סטע און 70'סטע פּאָליציי פּריסינקטס, באָראָ פּאַרק אידישע קאָמיוניטי קאַונסיל, קאָדזשאָ פון פלעטבוש, כינעזער אַמעריקאַנער סאָשעל סערוויסעס צענטער און ספרד'ישער ביקור חולים.

די 'טאַונהאָל' ווערט אָפּגעהאַלטן אין עף.די.אַר. היי-סקול, 5800 20'סטע עוועניו. מ'קען זיך איינשרייבן דערפאַר אויף townhallRSVP@cityhall.nyc.gov אָדער דורך רופן צו 212-748-0281. די טירן עפענען זיך 6 אָווענט, און ווערן געשלאָסן 7:30 אָווענט. די פאָרום איז ערוואַרטעט אָנגעהויבן צו ווערן 7 אַזייגער.

דער מעיאָר וועט אויך דאָרט האָבן די קאָמישאָנערס און וויכטיגע סטעף מיטגלידער וועלכע וועלן קענען ענטפערן, אַדרעסירן און שפּעטער אַריינקוקן און ספּעציפישע אישוס וואָס וועלן אויפגעברענגט ווערן.

באָראָ פּאַרק און פלעטבושער איינוואונער ווערט געמוטיגט אויסצונוצן די געלעגנהייט כדי דער מעיאָר זאָל דירעקט הערן די אישוס וואָס זענען וויכטיג פאַר'ן ציבור.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל